א פייער האט אויסגעבראכן אין א דירה אויף די 50'סטע שטאק פונעם טראמפ טורעם, אין מידטאון מאנהעטן.

די פייער האט אומגעבראכט דעם איינציגן איינוואוינער פון די דירה, א 67 יעריגער פערזאן.

דאס אז דאס פייער האט געבודזשעוועט אין אזא הויעכקייט, האט פארלאנגט אסאך פייערלעשער, עס מאכענדיג פאר א 4-אלארם פייער. נאר די דירה פון די פייער איז פארניכטעט געווארן, די איבעריגע טיילן פונעם בנין האט נאר געליטן רויעך שאדן.

4 פייערלעשער האבן געליטן וואונדן, טייל בראנד וואונדן, נישט ערנסט, און זענען ערווארטעט צו ווערן ערהוילט.

פרעזידענט טראמפ האט באדאנקט די סיטי פייערלעשער פאר זייער ארבייט, טוויטענדיג עס פאר ווער עס פאלגט אים נאך.

דער פרעזידענט איז נישט געווען אינעם בנין בשעת די פייער, די סיקרעט סערוויס האבן אונטערזוכט זיינע דירות און הויפטקווארטירן, און זענען נישט געווען געטראפן פון דעם פייער, אויסער אביסל רויעך.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל