וואשינגטאן – ווייסע הויז קוועלער האבן נעכטן געזאגט, אז פרעזידענט טראמפ האלט דערווייל צוריק זיין אדמיניסטראציע פון ארויפשטעלן פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד, ווייל ער איז נישט באקוועם און זיכער מיט די פרישע סאנקציעס.

טראמפ'ס יו-ען אמבאסאדארשע, ניקי העילי, האט זונטאג געהאט געמאלדן אינעם יו-ען, אז טראמפ וועט מאנטאג ארויפשטעלן סאנקציעס אויף רוסלאנד, צוליב דער ראלע וואס זיי האבן געשפילט אין העלפן דעם אסאד רעזשים אין סיריע דורכצופירן די כעמישע אטאקע.

דאס ווייסע הויז האט מאנטאג אינדערפרי צוריקגעדרייט פון העילי'ס קאמענטארן, זאגנדיג אז דערווייל ווערן נייע סאנקציעס בלויז באטראכט אלס א מעגליכקייט. דעמאקראטן האבן זיך גלייך ארויפגעכאפט דערויף, זאגנדיג אז דאס איז נאך א באווייז ווי טראמפ האט מורא צו טשעפען רוסלאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל