אייזעק הערנאנדעז, א 38-יעריגער קווינס'ער ערל פארדעכטיגט אין פראבירן צו פאַרגוואַלדיגן א היימישע מיידל שלאפענדיג אין איר בעד נאכן זיך אריינברעכן אין די שטוב, טענה'ט אז ער איז געווען אנגעטרינקן און האט אויפגעמישט מיט א פארלאזטע שטוב איינער האט אים געזאגט דערוועגן.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)



אבער די ברוקלינער ריכטער האט נישט אנגענומען זיינע תירוצים, און פארלאנגט 50 טויזענט דאלער פאר בעיל (פארזיכערונג).

הערנאנדעז איז אריינגעקראכן דורך א אויפגעשפארטע פענסטער אין די שלאף צימער אין קענזיגסטאון, די היים ווי די 14-יעריגע מיידל איז רואיג געשלאפן מיט איר 10-יעריגע שוועסטער דעם דינסטאג. די עלטערע מיידל האט זיך ערוועקט 3 פארטאגס, זעהענדיג דעם עקלהאפטיגער שגץ איבער איר, ווערט דערציילט אין די געריכט-פאפירן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל