אלערגיעס (זעה Allergies אויף וויקיפּעדיע) איז ווען די קערפּער קען עפּעס נישט פארנומען, א שטייגער ווי א עסן (ניסעלעך, קיווי, א.ד.ג.).

ווען די קערפער קען עס נישט פארנעמען, טוט עס פארשידענע זאכען זיך צו אויסדרוקן קעגנשאפט דערצו, אלס א פארטיידיגונג. ביי געוויסע וועט די אויגן טרערן, די נאז רינען, די צינג שוועלט אד.ג., אבער ביי אנדערע קענען אַלערגיעס אויסקלאַפּן אין א פולשטענדיגע לעבנס-געפאהר, א שטייגער ווי אן אסטמא אטאקע (מער דערוועגן ביי א צווייטע געלעגנהייט).

בילד



איינע פון די זאכן וואס א גרויס טייל מענטשן האבן א שוועריגקייט צו פארנעמען איז פּאָלען, און דאס הייסט אַלערדזשיק רהינייטעס (Allergic rhinitis). אבער ערשט: וואס איז פּאָלען? פּאָלען איז א שטויב וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך פארשידענע געוויקסן און פלאנצונגען, צו העלפן פארשפרייטן זייער געוויקס צו ארומיגע ערטער. א געוויסע בלימעלע קען וואקסן אויף איין ארט, וועט ארויסגעבן פּאָלען אין די לופט כדי זיך צו פארשפרייטן צו מערערע פלאנצונגען.

א פּאָלען איז גאר קליין, און מעסט זיך צווישן א 400'סטעל און א 3,000'סטעל פון א אינטש!

אן עפּל פּאָלען, פארגרעסערט דורך א מייקראסקאופּ

נישט נאר פאלט די פּאָלען אויף די גאר-נאנטע ערטער און די פלאנצונג פארשפרייט זיך ארום די מוטער, נאר דאס ווערט ארומגעפירט דורך די ווינט צו ווייטערע ערטער, און אזוי פארשפרייטן זי זיך נאך מער און נאך ווייטער.

די געוויקסן געבן ארויס די פּאָלען אין א באשטימטע סעזאן ווער דער בורא עולם האט אריינגעלייגט די נאטור אז עס די מערסטע אויסזיכטן צו אויסוואקסן אלס א פולע פלאנץ. יעדע סארט פלאַנץ און דעמאָגראַפיע האט איר אייגענע סעזאן. במשך דעם סעזאן, וועט די לופט זיין אנגעפילט מיט די פּאָלען שטויב. ווי נענטער צו נאטור און פלאנצונגען, אלס מער פּאָלען וועט זיין אין די לופט. ווען דער מענטש אטעמט אריין די לופט, גייען אריין פּאָלען שטויבלעך אין די לונג.

ביי מענטשן וואס ליידן נישט פון אַלערגיעס, וועט די קערפער זיך אן עצה געבן מיט די פּאָלען, אבער ביי די וואס ליידן יא, וועט די קערפער'ס אימיון סיסטעם (די פארטיידיגונג דיוויזיע פון די קערפער פאר יעדע מולטי-ארגאניזם באשעפעניש) אננעמען די פּאָלען שטויב אלס א פיינטליכע באשטאנדטייל, און וועט אקטיוויזירן פארטיידיגונג מיטלען, אריינגערעכנט דאס שווענקען די וויכטיגע דרויסנדע ערטער (אויגן, נאז).

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל