וואשינגטאן – דער אלטער פאליטישער געפעכט, צווישן פרעזידענט טראמפ און דער ארויסגעווארפענער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי, האט פריש אויפגעפלאקערט אין די לעצטע צוויי טעג, נאכדעם וואס עס האבן אנגעהויבן ארויסקומען דעטאלן פון א נייעם בוך וואס קאומי פובליצירט די טעג.

אינעם בוך דערציילט קאומי גאר דעטאליזירט און קאלירפול זיין ערפארונג אין די עטליכע מאנאטן וואס ער האט געארבעט אונטער טראמפ, שילדערנדיג פרעזידענט טראמפ אלס א פירער פון א מאפיא פאמיליע, און אלס עמיצער וועלכער האט זיך אויפגעפירט ווי א דיקטאטור וואס זיצט אויף א קעניגליכן טראן.

קאומי גרייט זיך אויך צו געבן עטליכע אינטערוויוען, און ווי מ'הערט, רייסט ער דארטן גאר שארף אראפ טראמפ, און דאס האט געפירט צו א שארפע רעאקציע פונעם פרעזידענט, וועלכער האט געשריבן אז קאומי איז א "ליגנער און א מיסט טאבע", טראמפ האט געזאגט אז מ'דארף אים פראצעסירן פאר'ן ליעקן צו די מידיא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל