מאנהעטן – קוועלער אינערהאלב די ריעל עסטעיט אינדוסטריע האבן נעכטן באריכטעט, אז "קושנער קאמפאניס", די ריעל עסטעיט פירמע וואס ווערט געפירט דורך דזשעראד קושנער'ס פאטער טשארלס קושנער, האט באשלאסן אויפצוגעבן אויף אירע פלענער אויפצובויען אן אכציג שטאקיגע ריטעיל און לוקסוריעזע אפארטמענטס וואלקנקראצער ביים אדרעס פון 666 פינפטע עוועניו, וועלכע איז אונטער די אייגענטום פון די קושנער פאמיליע. די קושנערס פלאגן זיך שוין א לענגערע צייט וואס צו טאן מיט די געביידע, און בלויז פארגאנגענע וואך האט מען געהערט אז די ריעל עסטעיט פירמע "ווארנאדא ריעלטי טראסט" האט אויפגעגעבן איר 49.5 פראצענט שותפות אין די געביידע. אצינד אז די קושנערס זענען צוריק פולקאם אין אייגענטום דערפון, פלאנירן זיי עס צו לאזן שטיין וויאזוי ס'איז, און וועלן דאס אנטוויקלען אין פשוט'ע אפיסעס, און אין די העכערע שטאקן וועלן זיין אפארטמענטס.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל