די בוש פאמיליע האט נעכטן געמאלדן אז זייער מוטער, בארבארע בוש, אפט באצייכנט אלס ״די מאטריארך״ פון די בוש דינאסטיע, איז נעכטן געשטארבן אין עלטער פון 92, און דערמיט האט זיך געשלאסן דאס קאפיטל פון די פרוי וואס איז געווען די צווייטע אין אמעריקאנער היסטאריע צו זען איר מאן און איר זון אין ווייסן הויז. (די ערשטע איז געווען פרוי עביגיל עדעמס.)

פרוי בוש ווערט אפט ארויסגעהויבן אלס א ביישפיל פון א נאבעלע ערשטע פרוי, וואס האט געהאט אן אינסטרומענטאלע ראלע אין איר מאן׳ס פרעזידענטשאפט, און שפעטער אין איר זון׳ס פרעזידענטשאפט. פריינט פון די בוש פאמיליע זאגן אז גאר אפט איז זי געווען די פאליטישע קאפ אונטער פארשידענע שריט וואס די בוש פרעזידענטן האבן גענומען.

פרוי בוש וועט באגלייט ווערן דורך 3 דורות פאליטיקאנטן אין די בוש דינאסטיע, און אלע לעבנסגעבליבענע פרעזידענטן האבן ארויסגעלייגט סטעיטמענטס וועלכע האבן ארויסגעהויבן איר נאבעלן כאראקטער, און געשיקט טרייסט וואונטשן פאר איר 93 יעריגער מאן און אירע קינדער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל