פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס האט אונטערגעשריבן א פארארדענונג, צו שיקן פיר טויזנט נעשאנעל גארד טרופן צום גרעניץ צו העלפן באשיצן קעגן אומלעגאלע אימיגראנטן. די פארארדענונג פון מעטיס איז געקומען נעכטן, עטליכע טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן א דעקלעראציע, אז ער וויל נוצן דאס אמעריקאנער מיליטער צו העלפן באוואכן די גרעניץ, אזוי לאנג ווי מען וועט בויען זיין גרעניץ וואנט. אין דער פארארדענונג שרייבט מעטיס, אז די זעלנער וועלן נישט טארן ארעסטירן אדער בכלל צורירן צו אומלעגאלע אימיגראנטן, און זיי וועלן נאר מעגן נוצן זייערע וואפנס פאר זעלבסט פארטיידיגונג, אויב זיי קומען אונטער א לעבנס-סכנה.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל