די עף-בי-איי האט געמאלדן אז א מאסן מערדער וועלכער האט אנגעווארפן א שרעק און פאניק אין קאליפארניע צוריק אין 1978 ביז 1987 איז נאך 40 יאר ענדליך געכאפט געווארן, דער אומבאקאנטער מערדער וועלכע האט באקומען דעם צונאמען דער ״גאלדן סטעיט מערדער״ האט אומגעברענגט 12 מענטשן, און דורכגעפירט פארברעכנס אויף איבער 45 פרויען איבער קאליפארניע.

די עף-בי-איי האט דערווייל נישט אויפגעדעקט די אידענטיטעט פונעם פארברעכער, און וויאזוי זיי האבן געלייזט די 40 יעריגע מיסטעריע, דער מערדער האט אין לויף פון 10 יאר געווארפן א שרעק אויף איינוואוינער אין סאקראמענטא קאליפארניע, און פאליציי האט נישט געהאט די מינדעסטע אינפארמאציע זיי צו העלפן קומען אויף זיינע שפורן.

אין די לעצטע יארן ווען עס זענען אפירגעקומען פרישע טעכנאלאגישע מעגליכקייט איז צוריק געעפנט געווארן די קעיס, און עטליכע בוכער און פילמען ארום די געשיכטע האט געהויבן די עפנטליכע אינטערעסע אינעם קעיס, וואס האט געברענגט דערצו אז עס איז ווידער געעפנט געווארן, און ווי עס שיינט דאסמאל מיט א סוקסעס.

בילדער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל