וואשינגטאן. – דער פענטאגאן האלט גאר נאנט ביים שענקען א צען ביליאן דאלערדיגע קאנטראקט פאר עמעזאן, וואס עמעזאן וועט פאר די געלט צושטעלן ספעציעלע אינטערנעט און קלאוד סערוויסעס פאר'ן פענטאגאן און אלע אפטיילונגען פון די אמעריקאנער מיליטער. דער ביד צוצושטעלן די סערוויס פאר'ן פענטאגאן, גייט שוין אן צען יאר, און עס זענען פארהאן פילע גרויסע סאפטוועיר און אינטערנעט פירמעס וועלכע קריגן זיך ארום צו געווינען דעם גרויסן פענטאגאן קאנטראקט, אריינגערעכנט עמעזאן, און די קאמפיוטער פירמע ארעקאל. סאפרא קאטז, דער הויפט עקזעקיוטיוו פון ארעקאל, איז לעצטנס געזיצן מיט פרעזידענט טראמפ, און באריכטן צייגן אז קאטז האט זיך באקלאגט פאר טראמפ איבער דעם וואס דער פענטאגאן גייט אט אט שענקען דעם גאנצן צען ביליאן דאלער קאנטראקט פאר עמעזאן, טענה'נדיג אז דער פענטאגאן קען צעטיילן דעם קאנטראקט פאר אפאר פירמעס. פענטאגאן קוועלער זאגן אבער אז הויכראנגיקע פירער אינערהאלב דעם פענטאגאן, האלטן אט אט ביים מאכן זייער ענדגילטיגן באשלוס צו געבן דעם צען ביליאן דאלער קאנטראקט אינגאנצן פאר עמעזאן, וואס דאס קומט אין א צייט וואס פרעזידענט טראמפ איז אין א געפעכט מיט עמעזאן, באשולדיגנדיג די פירמע אין בארויבן די רעגירונג'ס פאסט אפיס און זיך ארויסדרייען פון צאלן שטייערן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל