די פעדעראלע רעגירונג האט אין די לעצטע מינוט אפגעשטעלט אן אפמאך וועלכע וואלט געווען איינע פון די גרעסטע טעכנאלאגישע פארקויפן אין היסטאריע, די רעדע איז פון די געפלאנטע פארקויף פון די אמעריקאנער טעכנאלאגיע ריז ״קוואלקאם״ וועלכע פדאדוצירט די קליינע טשיפס וועלכע ליגן אינעווייניגט פון סמארטפאונס און קאמפיוטערס, וועלכע איז געשטאנען צום פארקויפן פאר איר קאנקורענט ״בראודקאם״ וועלכע איז באזירט אין סינגאפור.

די טראמפ אדמיניסטראציע האט אבער אפגעשטעלט דעם אפמאך זאגנדיג אז די פירמע ״קוואלקאם״ שטייט ביים שפיץ פון טעכנאלאגישע אנטוויקלונג און איבערגעבן די סודות פון די פירמע פאר א אויסלענדישע פירמע קען שאטן פאר די אויבערהאנט פון אמעריקע אין די וועלט פון טעכנאלאגיע און טוט דעריבער שאטן פאר די אמעריקאנער נאציאנאלע זיכערהייט. עס איז דאס ערשטע מאל וואס די פעדעראלע רעגירונג נוצט אזא סיבה צו בלאקירן א געשעפטליכע אפמאך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל