צום דריטן יאר-טאג פון די ציווילע קריג אין תימן צווישן די סאוד-געשטיצטע רעגירונג און די איראנער-געשטיצטע הוטי רעבעלן האבן די רעבעלן געשיקט לאנג שטרעקיגע מיסילס געצילט קיין ריאד, די הויפטשטאט פון סאודי אראביע.

לויט די אפיציעלע באריכטן פון סאודי אראביע האבן זיי אראפגעשאסן 7 מיסילס מיט זייער מיסיל שוץ סיסטעם, און די מיסילס זענען פון איראנער פראדוקציע וועלכע די ארטיגע רעזשים שטעלט צו פאר די הוטי רעבעלן.

ברוכווארג פון איינע פון די מיסילס האט געלאנדעט אינעם הויפטשטאט אויף א פריוואטע הויז, פון וועלכע איינער איז אומגעקומען און נאך 2 זענען פארוואונדעט. אלע דריי עגיפטישע בירגער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל