לא פאז – טויזנטער באליוויער בירגער האבן נעכטן אנטיילגענומען אין א פאטריאטישער דעמאנסטראציע, העלפנדיג אויסצושפרייטן א 124 מייליגן פאן לענגאויס עטליכע שאסייען און שטעט איבער'ן לאנד, מיט'ן ציל צו צייגן שטיצע פאר דער באליוויער רעגירונג, וועלכע גרייט זיך אונטערצונעמען א קאמף צו האבן צוטריט צום פאציפישן אקעאן. באליוויע איז א לאנד וואס איז ארומגענומען מיט אנדערע לענדער און האט נישט קיין צוטריט צו קיין שום אקעאן, און באזונדער טוט טשילע בלאקירן באליוויע'ס צוטריט צו דעם פאסיפיק, נאכדעם וואס עס איז פארגעקומען א קריג מיט כמעט 200 יאר צוריק צווישן די צוויי לענדער. אצינד פלאנירט באליוויע צו קלאגן טשילע אינעם אינטערנאציאנאלן יוסטיץ געריכט, מיט'ן ציל צו צווינגען טשילע איר צו געבן צוטריט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל