די כעמישע אטאקע וואס רוסלאנד האט דורכגעפירט קעגן א שפיאן אין בריטאניע האט געפירט צו די ארגסטע קריזיס צווישן רוסלאנד און די מערב וועלט זינט די קאלטע קריג, אין א זעלטענע סטעיטמענט האבן היינט פילע לענדער זיך צוגעשטעלט צו בריטאניע און ארויפגעלייגט אויף רוסלאנד די פולע פאראנטווארטליכקייט איבער די אטאקע וואס זיי באצייכענען אלס די ערשטע כעמישע אטאקע אויף אייראפע זינט די צווייטער וועלטס קריג.

צום סטעיטמנט האבן זיך צוגעשטעלט אמעריקע, דייטשלאנד, און פראנקרייך וועלכע האבן אלע געזאגט אז די אטאקע איז אן קיין צווייפל א פיינטליכע אקט פון רוסלאנד אויף אייראפעישע באדן, און געזאגט אז רוסלאנד האט דערמיט פארלעצט פילע אינטערנאציאנאלע אפמאכן און אינטערנאציאנאלע געזעץ.

אין די זעלבע צייט איז אין רוסלאנד געמאלדן געווארן אז פוטין האט פאררופן אן עמערדשענסי זיצונג מיט זיין נאציאנאלע זיכערהייט קאבינעט צו דיסקוטירן די באציאונגען מיט בריטאניע, און די קרעמעלין האט געמאלדן אז זי וועט פארטרייבן א צאל בריטישע דיפלאמאטן אלס רעאקציע צו דעם וואס בריטאניע האט פארטריבן 23 פון אירע דיפלאמאטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל