פראנקרייך – דער געוועזענער פראנצויזישער פרעזידענט, ניקאלעס סארקאזי, איז נעכטן ארעסטירט געווארן, אלס טייל פון די אנגייענדיגע אויספארשונגען אויף זיין יאר 07' פרעזידענט קאמפיין. די פרישע באשולדיגונגען קעגן סארקאזי זענען, אז ער האט אקצעפטירט מיליאנען דאלארן אין קאמפיין ביישטייערונגען פון מואמאר קאדאפי, דער פארשטארבענער געוועזענער ליביער דיקטאטור. סארקאזי און קאדאפי האבן געהאט אנגעקניפט א נאענטשאפט, און סארקאזי האט געגעבן א קעניגליכע אויפנאמע פאר קאדאפי, ביי א באזוך אין פאריז – אבער עווענטועל האט סארקאזי געשטיצט דעם נאטא קאמפיין אראפצואווארפן קאדאפי פון בענקל אין יאר 11'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל