די סענאט האט היינט באשטעטיגט א ביל וואס וועט צוריקדרייען פארשידענע שטרענגע רעגולאציעס וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף פינאנציעלע אינסטיטוציעס נאך די 2008 עקאנאמישע קריזיס, די רעגולאציעס זענען באקאנט אלס די דאד-פרענק רעגולאציעס וועלכע געט פאר די פעדעראלע רעגירונג א ברייטע אויטאריטעט פון איבערזיכט און רעגולאציעס אויף די גרויסע בענק און פינאנציעלע אינסטיטוציעס.

אונטער דעם ביל וואס איז היינט באשטעטיגט געווארן זענען בענק און פירמעס מיט ווייניגער ווי 250 ביליאן דאלער אין פארמעגנס אויסגעשלאסן פון די שטרענגע רעגולאציעס, די ביל קומט נאכדעם וואס קלענערע בענק און קרעדיט פירמעס האבן געזאגט אז די רעגולאציעס ״דערשטיקן״ זיי וויבאלד זיי מוזן האבן גרויסע קעש רעזערוון און קענען נישט אינוועסטירן אין די עקאנאמיע.

די טיילווייזע אנולירונג פון די ״דאד-פרענק״ ביל איז א שטיקל זיג פאר פרעזידעט טראמפ וועלכע האט פילע מאל אראפגעריסן דעם ביל אלס א קאטעסטראפע פאר די עקאנאמיע, און טראץ וואס פילע דעמאקראטן האבן זיך קעגענשטעלט צום יעצטיגן ביל איז עס אריבער מיט א באקוועמע מערהייט פון 61 סענאטארן, אריינגערעכנט פילע מעסיגע דעמאקראטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל