די כינעזע ספעיס סטאנציע פארלירט שנעלקייט מיט יעדע פארבייגייענדיגע סקונדע, און די צייט וואס מען שאצט אז עס גייט אראפטראסקענען פון ארביט, דערנענטערט זיך שוין.

לויט די יעצטיגע שאצונגן, גייט עס אריינפאלן אין די אטמאספערע אום פסח. ווי נענטער עס וועט ווערן, אלץ בעסער וועלן זיין די פאראויסשאצונגן.

די שאנס אז ברוכווארג זאל דורכלעבן די היץ און אנקומען ביז די ערד, איז גאר קליין, דעסוועגן איז נאכאלץ בעסער צו זיין אויף די זיכערער זייט.

דאס מיינט נישט אז מען דארף זיין אין בונקער א גאנץ פסח, נאר מען זאל זיך צוהערן צו די אפדעיטס, און אויב הערט מען אז עס גייט פאלן אין די געגנט ווי איר וואוינט, האט איר כאטש א האלבע שטונדע צייט צו זוכן שוץ.

מאפע

אין די מאפע, קען מען זעהן איר מהלך, וויאזוי זי פליט ארום די וועלט. די וואס זענען אין די בלוי זאנע, קענען זיין רואיג אז עס גייט נישט אנקומען דארט. די גרינע זאנע האט א נידעריגערע שאנס, און די געלע זאנע האט א העכערער שאנס צו באקומען אביסל ברוכווארג.

אבער - ווי מ'קען זעהן - פליט עס נישט אריבער די זעלבע פלאץ יעדע מאל עס מאכט אן ארביט, נאר יעדע 90 מינוט ווען עס פארענדיגט אן ארביט, איז ער אביסל מער צו מערב ווי פאריגעס מאל.

פון זאכליך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל