א ראקעט וואס האט געלאנדעט אין א פארנומענעם מארקעט אין דמשק האט אומגעברענגט 35 מענטשן און פארוואונדעט צענדליגער אנדערע.

א צאל פון די פארוואונדעטע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין קריטישן צושטאנד, און דער סכום פון טויטע וועט ווארשיינליך שטייגן.

דער ראקעט איז געשאסן געווארן דורך אנטי-אסאד רעבעלן פון דער שכינות'דיגער  מזרח גאוטא -- א פראווינץ וואו די רעגירונג איז פארוויקלט אין העפטיגע קאמפן מיט ארטיגע רעבעלן איבער קאנטראל פון דעם פלאץ. איבער טויזנט מענטשן זענען דארט אומגעקומען אין די שלאכטן פון די לעצטיגע וואכן.

רוב איינוואוינערס פון דער באטראפענער געגנט, וואס געפינט זיך אונטער רעגירונגס-קאנטראל, באשטייען פון קריסטן און דרוזן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל