רוים – זונטאג זענען אפגעהאלטן געווארן פארלאמענט וואלן אין איטאליע, און טראץ וואס ס'איז קלאר אז דאס פאלק וויל מער נישט די עסטאבלישמענט, און א מערהייט האבן געשטימט פאר פאפוליסטישע אנטי-אייראפעאישן-יוניאן קאנדידאטן, איז דערווייל נישט קלאר ווער עס וועט זיין איטאליע'ס קומענדיגער פירער. די צוויי העכסטע געווינער זענען לואיזשי די מאיע, וועלכער פירט די "פייוו סטאר" באוועגונג און זיין פארטיי האט באקומען 231 זיצן, און דער צווייטער איז מאטעא סאלוויני, פון דער "לעזשא" פארטיי וועלכע האט געוואונען 123 זיצן. דאס הייסט אז קיין איין פארטיי האט נישט געוואונען די נויטיגע 316 פארלאמענט זיצן צו קענען אליינס האבן א מאיאריטעט אינעם פארלאמענט און איבערנעמען רעגירונג פירערשאפט, און עס בלייבט איבער צו זען צי די צוויי אנטי-עסטאבלישמענט פארטייען וועלן זיך צוזאמשטעלן פאר א קאאליציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל