פענסילוועניע – א 155 יעריגע לעגנדע, איבער באגראבענע גאלד פון דער פעדעראלער רעגירונג, איז ווידער באנייעט געווארן אין די לעצטערע טעג, ווען מען האט געהערט אז די עף-בי-איי האט אראפגעשיקט צענדליגער אגענטן צו א וואלד אין פענסילוועניע, וואו אינאיינעם מיט לאקאלע באאמטע און ספעציעלע אוצר-יעגער, טוען זיי גראבן און נישטערן אין דער ערד, פאר אן אוצר פון גאלד וועלכע ליגט דארט ערגעצוואו מעגליך באהאלטן. די טעאריע און לעגנדע לויטעט, אז בשעת די אמעריקאנער בירגער קריג האט געבושעוועט, איז אן אוצר פון שטיקער גאלד פון דער פעדעראלער יוניאן רעגירונג פארלוירן געגאנגען, אינמיטן דעם בארימטן "געטיסבורג שלאכט" אין יאר 863', ווען עס איז געווען אויפ'ן וועג צו דער "מינט" געביידע פון דער פעדעראלער רעגירונג אין פילאדעלפיע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל