לאנדאן – בריטישע רעגירונג אויטאריטעטן האבן נעכטן געזאגט, אז זיי האבן פעסטגעשטעלט אז דער געוועזענער רוסישער שפיאן וועלכער איז מיסטעריעז קראנק געווארן זונטאג אין א פארק אין דער שטאט ווילטשייער, איז פארפעסטיגט געווארן פון "נערוו-גאז", אן אומלעגאלע סובסטאנץ, וועלכע רוסלאנד ווערט שוין פארדעכטיגט אין האבן גענוצט ביי עטליכע אנדערע פעלער אומצוברענגען זייערע פיינט. דער געוועזענער רוסישער שפיאן, סערגעי סקריפאל, געפינט זיך דערווייל נאך אין שפיטאל אין א גאר ערנסטן צושטאנד, און די בריטישע רעגירונג האט פריש נעכטן געסטראשעט רוסלאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל