נאכדעם וואס א דעלעגאציע פון דיפלאמאטן האבן זיך געטראפן מיט׳ן דיקטאטור פון נארט קארעא נעכטן, האבן ביידע רעגירונגען היינט געמאלדן אז מען איז געקומען צו א פארשטענדעניש צו אפהאלטן א היסטארישע סאמיט קומענדיגע אפריל מיט די באטייליגונג פון דעם פרעזידענט פון סאוט קארעא און דער פירער פון נארט קארעא.

די דעלעגאציע וועלכע האט באזוכט דעם פירער אין זיין איזאלירטע לאנד זענען צוריקגעקומען גאר אפטימיסטיש, זאגנדיג אז קים יאנג אן האט אויסגעדריקט זיין ווילן צו עפענען א נייע בלעטל מיט די מערב וועלט, און האט געזאגט אז ער איז גרייט צו דיסקוטירן מיט וואשינגטאן די מעגליכקייט פון אויפגעבן זיין נוקעלארעא פראגראם.

יאנג אן האט אויך פארשפראכן אז ווילאנג די דיפלאמאטישע פארהאנדלוגנען קומען פאר וועט ער נישט דורכפירן קיין פרישע מיסיל פראבעס, דאס ווייסע הויז האט באגריסט די אנטוויקלונגען און געזאגט אז זיי נעמען אויף די נייעס מיט ״פארזיכטיגע אפטימיזם״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל