ארקענסא - אין א טורמע אין דעקווין, ארקענסא, האבן ארעסטאנטן באקומען א נייעם דזשאב, נעמליך צו היטן אויף די לעבנס און וואוילזיין פון ארום 200 הינדלעך. די טשיקנס ווערן געהאלטן אונטער ארעסט, וויבאלד די לאקאלע פראקורארן ווילן זיי נוצן אלס באווייזן אין א פראצעס קעגן 130 קרימינאלן וועלכע זענען ארעסטירט געווארן מיט עטליכע טעג צוריק פאר׳ן זיין פארמישט אינעם אומלעגאלן ספּארט פון שטעלן טשיקנס צו קעמפן איינער קעגן צווייטן, און אראפצושטעלן א ״וועט״ אויף וועלכע טשיקן ס׳וועט געווינען דעם קאמף. די ארעסטאנטן מוזן זיכער מאכן אז די הינדלעך ווערן געפיטערט און געהאלטן געזונט, ביז׳ן טאג פונעם פראצעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל