מעיאר דעבלאזיא האט אראפגעריסן גאווערנאר קאומא און אים באצייכנט אלס "היפאקריט", נאך דעם וואס יענער האט דורכגעפירט א ברייט-פובליצירטן באזוך אין א נאכגעלאזט שטאטישן דירה-קאמפלעקס אין בראנקס.

דער מעיאר האט באשולדיגט דעם גאווערנאר אז ער טוט גארנישט צו העלפן מיט'ן מצב, און ניצט דעם צושטאנד פאר פובליסיטי אנשטאט ביישטייערן פון סטעיט געלטער צום פראיעקט פון פאררעכטן די נאכגעלאזטע דירה-פראיעקטן.

דעבלאזיא האט קריטיקירט קאומא פאר דעם "פאליטישן אפארטוניסטישן אקט" פון זיך פאטאגראפירן אין איין אזא דירה, אנשטאט ענדליך געבן דער שטאט די 250-מיליאן דאלאר וואס ער האט זיך אונטערגענומען מיט א צייט צוריק.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל