לאנדאן – די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, איז נעכטן ארויסגעקומען און דערקלערט, אז פון דער אינפארמאציע און די באווייזן וואס איר רעגירונג האט באוויזן צו זאמלען דערווייל ארום דער פארפעסטיגונג פונעם געוועזענעם רוסישן טאפלטן אגענט, סערגעי סקריפאל, זעט מען קלאר אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער דעם.

לויט ווי מעי זאגט, איז מעגליך אז די רוסישע רעגירונג האט אליין געשיקט די סם קיין ענגלאנד, מיט'ן ציל צו פארפעסטיגן סקריפאל, אדער איז די רוסישע רעגירונג געווען פארנאכלעסיגט און האט געלאזט די געפארפולע מאטעריאל אריינפאלן אין די נישט-ריכטיגע הענט, וואס האט געפירט צו דער פארפעסטיגונג.

די בריטישע רעגירונג זאגט, אז זיי געבן א שאנס פאר דער רוסישער רעגירונג ארויסצוקומען מיט אן ערקלערונג און מיט קלארע באווייזן אז זיי זענען נישט געשטאנען אונטער דעם, און אויב נישט, וועט עס באטראכט ווערן ווי א פיינטליך-געצילטע מיליטערישע שריט פון רוסלאנד קעגן ענגלאנד, און די נויטיגע שריט וועלן גענומען ווערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל