צפון קארעא – א באריכט אין דער דרום קארעאר צייטונג "דאנגע", האט נאכגעברענגט פון קוועלער אינערהאלב דער צפון קארעאר רעגירונג, אז דער צפון קארעאר פירער, קים יאנג אן, איז אזוי שטארק וויליג צו בארואיגן באציאונגען צווישן אים און אמעריקע, אז ער וויל אן אמעריקאנער אמבאסאדע אין זיין הויפטשטאט.

דער באריכט זאגט אויך, אז קים יאנג אן וויל נישט נאר געשפרעכן איבער נוקלעארע וואפנס מיט פרעזידענט טראמפ, נאר ער וויל אונטערשרייבן א פולקאמע שלום אפמאך, און אנקניפן געהעריגע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אמעריקע, זאגנדיג פאר דרום קארעאר דיפלאמאטן אז טראמפ'ס סאנקציעס האט עכט געקלאפט זיין עקאנאמיע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל