עס איז אייך ווארשיינליך באקאנט די סיטואציע ווען איר זענט צוגעלייגט אדער אנגעצויגען און א נודניק קומט אייך אנטקעגן און זאגט ״געב א שמייכל״. עס גייט אונז געווענליך אויף די נערוון און מיר זוכן פטור צו ווערן פון אים, אבער עס קען זיין אז ער האט אייגנטליך א ריכטיגע טענה. טראץ וואס מיר זענען צוגעוואוינט צו גרינגשעצן און אפילו פיינט האבן א פאלשן שמייכל, צייגן אבער שטודיעס אז ארויפצווינגען א שמייכל אויפ׳ן פנים, אפילו מיר האלטן נישט דערביי, האט א גאר טיפע עפעקט אויף אונזער גוסטע און אפילו פיזישע געזונט צושטאנד.

מיר זענען צוגעוואוינט אז זיין פרייליך מאכט אונז שמייכלן אבער נישט פארקערט אז שמייכלן מאכט אונז פרייליך, אבער דאס איז גענוי וואס וויסנשאפטער זאגן, א שמייכל אויפ׳ן פנים וועקט אויף א כעמישע רעאקציע אינעם מח, און ברענגט דערצו אז די קערפער געט ארויס א מילדע דאזע פון דעם ״דאפאמין״ הארמאן וועלכע ברענגט פרייד און גוטמוטיגקייט.

דאס גייט נאך ווייטער, וויסנשאפטלער זאגן אז פונקט ווי דעפרעסיע טוט אונטערדריקן דעם אימיון סיסטעם, קען א געצווינגענע שמייכל העלפן דעם אימיון סיסטעם צו זיין בעסער באשיצט, און ארום א טוץ פון שטודיעס איבער די געזונהייט בענעפיטן פון שמייכלן צייגן אן אויף נאך פארשידענע עפעקטן וואס דאס האט אויפ׳ן געזונט, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אפילו צו רעדוצירן הויכע בלוט דרוק.

״געט א שמייכל״ איז נישט בלויז א סלאגאן, עס איז אייגנטליך א וויכטיגע געזונהייט רעקאמענדאציע, א שמייכל וועט אייך נישט בלויז העלפן צו זיין מער אנגענומען אין אייער סביבה, נאר קען אייך מעגליך איינשפארן די עגמת נפש פון די ווינטער פלו אדער אנדערע ווירוסן. אויב קענט איר נישט צווינגען א שמייכל פרובירט צו זיך דערמאנען א וויץ פונעם יארמער רב, אדער נעמט אפיר א ״אידישע חכמות און פקחות״ אבער אבי געשמייכלט!

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל