טעקסאס – פאליציי אין אוסטין, טעקסאס זאגן, אז די איינוואוינער אין שטאט זענען אין א שטארקער פאניק, נאך דריי באזונדערע פעקעדזש באמבע אויפרייסן אין די לעצטע פאר טעג, מיט 2 פאטאליטעטן. די פאליציי זאגן אז זינט מאנטאג, ווען צוויי פרישע אויפרייסן האבן פאסירט, האבן זיי שוין באקומען 150 טעלעפאן קאלס פון מענטשן וועלכע האבן מורא צו עפענען פעקלעך וואס ווערן דעליווערט צו זייערע הייזער, אויס שרעק אז ס'איז א באמבע. די אויטאריטעטן האבן טאקע געהאט געווארנט דעם פובליק, אז מ'זאל נישט עפענען פעקלעך וואס מ'האט נישט געוואוסט אז ס'דארף אנקומען, און אויך נישט אזעלכע פעקלעך וואס זעען אויס פארדעכטיגט, דערווייל אבער האבן זיך אלע פעלער ארויסגעשטעלט צו זיין אומזיסטיגע פחדים.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל