איסטאנבול – דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט נעכטן געמאלדן, אז זיין מיליטער האט אנגעהויבן אפעראציעס אין צפון איראק, מיט'ן ציל צו פארטרייבן די קורדישע רעבעלן, וועלכע טערקיי באצייכנט אלס טעראריסטן. טערקיי באטראכט די קורדן אלס געפאר פאר איר עקזיסטענץ, וויבאלד די קורדן ווילן אוועקשטעלן אן אייגן לאנד "קורדיסטאן", וועלכע וועט אראפציפן פון טערקיי סיי פון איר איראק-זייט גרעניץ און סיי פון איר סיריע-זייט גרעניץ. אצינד אז דאס טערקישע מיליטער האט שוין סוקסעספול פארטריבן די קורדן פונעם שטאט אפרין אין סיריע, האבן זיי זיך גענומען מער קאנצענטרירן אפצושוואכן די קורדישע אנוועזנהייט אין איראק, געבנדיג אן אולטימאטום פון עטליכע טעג פאר די קורדן, אז זיי זאלן קענען אנטלויפן פונעם בערגיגן סינדזשאר ראיאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל