וואשינגטאן – די פעדעראלע עסנווארג און מעדיצין אדמיניסטראציע האט געמאלדן, אז זי רוקט זיך פאראויס מיט א פלאן אריינצושטעלן נייע רעגולאציעס, וועלכע וועלן רעדוצירן די מאס ניקאטין וועלכע ווערן אריינגעשטעלט אין ציגארעטלעך, אז פירמעס וועלן נאר מעגן אריינלייגן גאר ווייניג ניקאטין אין יעדן ציגארעטל, אויף א שטאפל וואס וועט נישט ברענגען דעם מענטש צו ווערן צוגעבינדן דערצו. די אויטאריטעטן באטראכטן אויך א מעגליכקייט איינצוצוימען די פארקויף פון ציגארעטלעך מיט א "פלעיוואר", וואס די סארט פלעיווארס ברענגען אויך אז מענטשן זאלן צוביסלעך ווערן צוגעבינדן צום ציגארעטל. די נייע רעגולאציעס צילן צו רעדוצירן די צאל פאטאליטעטן פון רויכערן, וואס לויט רעגירונג סטאטיסטיקס שטארבן דערפון יערליך א האלבן מיליאן אמעריקאנער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל