א נייער באריכט ווייזט אז דער פרייז פון וואוינען אין מאנהעטן גייט ארויף, און די שטאט שטייט שוין אויפ'ן דרייצנטן ארט פון טייערסטע שטעט איבער דער וועלט.

מיט אינגאנצן פינף יאר צוריק, איז מאנהעטן געשטאנען אויף 27סטן פלאץ פון טייערסטע שטעט, אבער קריכט שנעל ארויף צום אויבנאן און האט שוין באוויזן איבערצושטייגן לאס אנדזשעלעס, וועלכע געפינט זיך אויפ'ן פערצנטן פלאץ.

דאס טייערסטע פלאץ אויף דער וועלט איז סינגאפאר, נאכגעפאלגט דורך פאריז, ציריך, האנג קאנג, אסלאו, דזשעניווע, סעאול, קאפענהאגן, תל אביב, און סידני.

אויפ'ן לעצטן ארט, וואו ס'קאסט די ביליגסטע צו וואוינען, איז אריינגעקומען דמשק, הויפטשטאט פון סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל