רוסלאנד – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן ארויסגעווארפן 23 בריטישע דיפלאמאטן פון לאנד אלס נקמה צו דעם וואס ענגלאנד האט ארויסגעווארפן 23 רוסישע דיפלאמאטן צוליב רוסלאנד׳ס פארפעסטיגונג פון א געוועזענעם שפיאן. רוסלאנד זאגט אז אויסער׳ן ארויסווארפן די 23 דיפלאמאטן, האט זי אפגעשפארט די בריטישע קאונסיל אקטיוויטעטן לענגאויס גאנץ רוסלאנד, און צוריקגעצויגן פון א פלאן צו עפענען א בריטישע קאנסולאט אין סענט פיטערסבורג. באזונדער האט מען געהערט א נייע טעאריע, אז די רוסן האבן אריינגעשטעלט די סם אינעם רענצל פונעם שפיאן'ס טאכטער, וועלכע איז געקומען פון מאסקווע באזוכן איר פאטער אין לאנדאן, און זי איז אינאיינעם מיט אים אוועקגעפאלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל