אינדיע האט באשטעטיגט אז די-ען-עי טעסטן אויף 39 קרבנות וואס האבן זיך אפגעזוכט אין א מאסן-באגרעבעניש אין איראק ווייזן אז די קערפערס באלאנגען צו אירע בירגער.

די גרופע ארבעטערס האבן זיך געפונען אין מאסול, איראק, ווען זיי זענען אין 14' פארכאפט געווארן דורך דער אייסיס-באנדע.

אינדיע האט כסדר ווידערהאלט אז די ארבעטערס געפינען זיך ביים לעבן, און נאך דעם וואס די גרופע איז פארשוואונדן געווארן האט די אינדיאנישע רעגירונג ארויסגעגעבן א ווארענונג צו אירע בירגער קעגן רייזן קיין איראק און אנגעוויזן די וואס זענען דארט צו פארלאזן דאס לאנד.

די אינדיאנישע רעגירונג האט אין דער פארגאנגענהייט באוויזן אויסצוארבעטן אפמאכן מיט איראקישע טעראריסטן וועגן באפרייען פארכאפטע בירגער און האט פריער געזאגט אז זי פרובירט ארויסזען אויך די גרופע.

דער מאסן-קבר האט זיך אפגעזוכט נישט לאנג צוריק, און טעסטן וואס זענען דורכגעפירט געווארן אויף די סקעלעטן האבן באשטעטיגט אז דאס זענען די קרבנות פון יענער אייסיס-פארכאפונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל