אטלאנטא – א געוועזענער עקזעקוטיוו פון די געשעפטן-נעץ "וואלמארט", האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן זיי, מיט דער באשולדיגונג אז זיי זענען באגאנגען אומלעגאלע שריט איבער "אי-קאמערץ" געזעצן, און אז ער איז ארויסגעווארפן געווארן פון זיין פאזיציע ווען ער האט אויפגעדעקט די שריט און זיך באקלאגט איבער דעם.

טריי היוענא זאגט, אז אינעם רייץ פון וואלמארט זיך אריינצוכאפן פון איר קאנקורענט "עמעזאן" אינעם פעלד פון פארקויפן פראדוקטן אויפ'ן אינטערנעט, איז וואלמארט באגאנגען פארשידענע פארלעצונגען פון אי-קאמערץ רעגולאציעס, און אויך האט וואלמארט פארשלעפט דעם פראצעדור פון אריינשטעלן אין אירע פינאנציעלע באריכטן אז זי האט באקומען איין יאר אזויפיל ווי 7 מיליאן "ריטוירנס" פון קאסטומערס, וועלנדיג אז אירע אי-קאמערץ ציפערן זאלן אויסזען בעסער ווי די רעאליטעט איז. ווען היוענא האט אויפגעדעקט די זאכן, האט ער דאס באריכטעט אינערליך פאר אנדערע עקזעקוטיוון, און ער זאגט אז וועגן דעם האט ער פארלוירן זיין דזשאב.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל