דאס ווייסע הויז האט באשטעטיגט אז דער פרעזידענט האט אפגעזאגט זיין פערזענליכער ראטגעבער און געהילף דשאן מ׳קענטי וועלכער באגלייט שוין דעם פרעזידענט אלס פערזענליכער געהילף זינט אנהויב פון די קאמפיין, און עס הערשט דערווייל אן אומקלארקייט וואס האט געברענגט דערצו, און די ״וואל סטריט דשורנאל״ האט באריכטעט אז דאס איז צוליב דעם וואס ער קען נישט באקומען קיין צוגאנגט צו קיין סענסיטיווע אינפארמאציע נאכדעם וואס ער איז אונטער די ראדאר פון די עף-בי-איי פאר פערזענליכע מיסברויכן און שטייער פארברעכנס.

מ׳קענטי איז בלויז דער לעצטער אין א רייע פון צענדליגע הויכראנגיקע באאמטע אין די אדמינסטראציע וועלכע האבן רעזיגנירט אדער אפגעזאגט געווארן אין די ערשטע 14 מאנאטן פון די אדמינסטראציע, דערווייל זענען 43% פון די באאמטע וועלכע זענען אריינגעקומען פון אנהויב שוין אינדרויסן, און דערמיט האט די אדמינסטראציע געבראכן די רעקארד פון שטאב טויש אין סיי וועלכע אדמיניסטראציע.

נישט לאנג נאכדעם וואס די נייעס איז געבראכן געווארן האט די אדמינסטראציע געזאגט אז מ׳קענטי וועט באקומען א פאזיציע אויף די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין אלס א הויכראנגיקער ראטגעבער, און דערביי געמאלדן נאך עטליכע נעמען וועלכע וועלן דינען אויף די קאמיטע פאר ווידערערוויילן דעם פרעזידענט אין 2020 פאר א צווייטע טערמין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל