פראנקרייך – די פראנצויזישע פאליציי האבן נעכטן באוויזן צו ארעסטירן צוויי פארשוינען, וועלכע ווערן פארדעכטיגט אין האבן געשפילט א ראלע אין דער ברוטאלער פארברענונג און שטעכעריי מארד פון מרת מירל קאנאל הי"ד, א 85 יעריגע אידישע פרוי אין פאריז, וועלכע האט איבערגעלעבט די ביטערע צווייטע וועלט קריג. פראקורארן אין פאריז האבן געזאגט אז אלע באווייזן צייגן אז דאס איז געווען אן אנטיסעמיטיש-מאטיווירטע מארד און זיי נעמען דאס מיט דער פולסטער ערנסטקייט. אידישע גרופעס אין פאריז האבן זיך געבעטן צו די אויטאריטעטן נישט צו מאכן דעם זעלבן טעות ווי מיט'ן מארד פון מרת שרה חאלימי הי"ד מיט א יאר צוריק, וואס דאן האט גענומען לאנגע מאנאטן ביז די אויטאריטעטן האבן מסכים געווען עס צו באהאנדלען אלס א האס פארברעכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל