וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן געזאגט אז די אמעריקאנער עקאנאמיע איז געשטיגן מיט 2.9 פראצענט אינעם לעצטן פערטל פון יאר 17', וואס איז מיט 0.2 פראצענט מער ווי מען האט געהאט דערווארט, און עס איז העכער געווען פון די 2.5 פראצענט פאר'ן גאנצן ערשטן דרייפערטל יאר פון 17'. "ביזנעס אינסיידער" באריכטעט אז איינס פון די סיבות פארוואס די עקאנאמיע איז אינעם לעצטן פערטל יאר 17' געשטיגן מער ווי ערווארטעט, איז געווען ווייל דער חאגע שאפינג סעזאן איז געווען פיל שטארקער ווי מען האט געהאט ביז יעצט באריכטעט, און אלעס אינאיינעם איז די עקאנאמיע געשטיגן מיט 2.3 פראצענט ווען מען רעכנט צוזאם גאנץ יאר 17', וואס איז טאקע ווייניגער ווי די 3 פראצענט וואס פרעזידענט טראמפ האט געוואלט און געהאפט, אבער עס איז א גאר שטארקער ציפער, נעמענדיג אין באטראכט אז אין יאר 16' איז די עקאנאמיע געשטיגן מיט בלויז 1.5 פראצענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל