צוויי אידן זענען אומגעקומען און נאך צוויי זענען פארוואונדעט געווארן, ווען אן אראבער האט אין זיי אריינגעקראכט מיט זיין אויטאמאביל הארט נעבן דעם ישוב מבוא דותן, אין צפון שומרון.

דער אראבער איז אנטלאפן, אבער זיכערהייטס כוחות האבן אים שפעטער געכאפט.

די נעמען פון די קרבנות, ביידע פון זיי אין די צוואנציגער יארן, זענען דערווייל נישט פארעפנטליכט געווארן.

הונדערטער אראבער האבן טיילגענומען אין ווילדע ראיאטן דורכאויס דעם טאג, אלס פראטעסט קעגן דער החלטה פון פרעזידענט טראמפ אריבערצופירן די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל