וואשינגטאן – א פרישע אויפדעקונג צייגט, אז כמעט א יאר בעפאר אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט געמאלדן אז ער ווארפט ארויס דעם געוועזענעם עף-בי-איי דעפיוטי דירעקטאר ענדרו מעקעיב פון זיין אמט, האט מעקעיב געהאט אויטאריזירט עף-בי-איי אגענטן צו עפענען אן אויספארשונג אויף סעשאנס. מעקעיב'ס אויספארשונג קעגן סעשאנס, איז געווען צו דערגיין צי סעשאנס האט ליגנט געזאגט אונטער שבועה פאר קאנגרעס, בשעת ער האט געזאגט קלאר אז ער האט נישט געהאט קיין שום קאנטאקטס מיט רוסישע באאמטע, ווען עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט יא געהאט. די אויפדעקונג אז מעקעיב האט געפארשט סעשאנס, ברענגט פילע צו שפעקולירן אז סעשאנס האט דעריבער יעצט באשלאסן ארויסצואווארפן מעקעיב, אלס פערזענליכע נקמה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל