עטליכע שפיטאלן איבער'ן לאנד האבן ארויסגערופן א שארפע רעאקציע פונעם געזונטהייט מיניסטער, נאכ'ן פארעפנטליכן אז זיי וועלן נישט אינפארסירן דעם געזעץ קעגן אריינלאזן חמץ דורכאויס פסח אין זייערע געביידעס.

"כ'האב געהערט וועגן עטליכע שפיטאלן וואס זאגן אז זיי וועלן זיך נישט צושטעלן צו דעם געזעץ. ס'איז אבער פאראן א געזעץ וואס פארבאט די שפיטאלן פון האבן חמץ דורכאויס פסח, און עס ליגט אויף זיי א פאראנטווארטליכקייט אונטערצוזוכן אלע באזוכערס זיכער צו מאכן אז יענע ברענגען נישט אריין קיין חמצ'דיגע פראדוקטן," האט דער געזונטהייט מיניסטער, יעקב ליצמאן פון דער יהדות התורה פארטיי געזאגט אין א סטעיטמענט. ליצמאן האט דערביי אנגעוויזן אז דאס געזעץ גייט צוריק שוין קרוב צו זיבעציג יאר, און אז אכציג פראצענט פון דער באפעלקערונג היט די הלכות כשרות דורכאויס דעם יו"ט פסח.

די באטרעפנדע שפיטאלן האבן רעאגירט מיט'ן זאגן אז די דערקלאראציע פון ליצמאן איז "געצילט פאר'ן חרדי'שן ציבור" און אויב די רעגירונג וועט זיי צווינגען אונטערצוזוכן באזוכערס פאר חמץ, וועלן זיי עס טאן נאר יוצא צו זיין אבער וועלן נישט אינפארסירן דאס געזעץ.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל