די קאנגרעס עטיקס ביורא האט געעפנט אן אויספארשונג אויב דער ראטגעבער און איידעם פונעם פרעזידענט דשערעד קושנער איז באגאנגען א פארלעצונג מיט׳ן דיסקוטירן ביזנעס אנלעגנהייטן מיט בענק אינעם ווייסן הויז, נאכדעם וואס עס איז באריכטעט געווארן אז ער האט באקומען א הלוואה פון 325 מיליאן דאלער פון סיטיגרופ באנק נאכ׳ן זיך טרעפן מיט די עקזעקיוטיווע הויפטן פון די באנק אינעם ווייסן הויז.

די אויספארשונג איז געעפנט געווארן אויף די פארלאנג פון א דעמאקראטישער קאנגרעסמאן וועלכער האט געשריבן א בריוו צום ביורא, און די ביורא האט אין אן אנטווארט געשריבן אז זיי האבן אינפארמירט דאס ווייסן הויז וועלכע האט אויך געעפנט אן אויספארשונג אויב ער האט דערמיט פארלעצט דאס געזעץ.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל