מאנהעטן – דער ניו יארק סיטי מעיאר, ביל דעבלאזיא, האט דערווייל נישט אויפגעגעבן אויף זיין טרוים צו לויפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ אין יאר 2020. דאס זעט מען פון דעם וואס דער מעיאר האט נעכטן שבת אנגעהויבן א רייזע לענגאויס עטליכע סטעיטס, אנגעהויבן פון טעקסאס, וואשינגטאן די-סי און באלטימאר. דער אפיציעלער ציל פון דער רייזע איז "פאראויסצושטופן א ליבעראלע פראגרעסיווע אגענדע", אבער פאליטישע אנאליסטן זאגן אז עס איז קלאר אז דעבלאזיא וויל דערמיט הייבן זיין נאציאנאלן פראפיל, אז ער זאל זיין מער באקאנט ביי דעמאקראטישע וויילער איבער'ן לאנד אין פאל ער לויפט פאר פרעזידענט. דער "ניו יארק פאוסט" באריכטעט, אז זיין רייזע וועט אפקאסטן פאר ניו יארק סיטי שטייערצאלער ארום אכט טויזנט דאלאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל