אין ליכט פון א טוויטער-אטאקע פון פרעזידענט טראמפ קעגן דעם ספעציעלן קאנסיל אויספארשונגס פירער, ראבעט מולער, האבן עטליכע רעפובליקאנער געזעצגעבערס מייעץ געווען דעם פרעזידענט זיך נישט אריינצומישן אין דער אויספארשונג.

מולער, א רעפובליקאנער, איז געשטעלט געווארן אין שפיץ פון א קאמיסיע אויסצופארשן אנגעבליכע קשרים וואס דער טראמפ-קאמפיין זאל האבן געהאט מיט אינטערעסן פון דער רוסישער רעגירונג דורכאויס דעם פארלאפענעם וואל-סעזאן.

דורכאויס דעם סוף-וואך האט דער פרעזידענט אראפגעריסן מולער און דער קאמיסיע, מיט דער טענה אז זיי קריכן אויף גראדע ווענט מיט די אויספארשונגען קעגן אים. צווישן אנדערן האט טראמפ ארויסגעהויבן דעם פאקט אז די מולער-גרופע באשטייט פון בלויז "דרייצן פארהארטעוועטע דעמאקראטן", אן קיין איינציגן רעפובליקאנער -- אנדייטנדיג אז די אויספארשונג אליין איז גענויגט קעגן אים.

דער רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין פון אריזאנא האט פארטיידיגט מולער און געפאדערט אים צו לאזן אנגיין מיט זיין אויספארשונג אומגעשטערט.

דעמאקראטישע סענאטארן באשולדיגן דעם פרעזידענט אין א פלאן צו גענצליך באזייטיגן מולער פון זיין אויפגאבע, און לינזי גרעהעם, רעפובליקאנער סענאטאר פון דרום קאראליינע, האט אנגעוויזן אז אויב זאל טראמפ ווירקליך דאס טאן וועט עס אפצייכענען "דעם אנהייב פונעם סוף פון זיין פרעזידענטשאפט." גרעהעם האט דערביי געזאגט אז א סך פון זיינע רעפובליקאנער קאלעגן זענען מסכים מיט זיין מיינונג, אז דער פרעזידענט דארף לאזן די אויספארשונג אנגיין ביז'ן סוף.

דעם פרעזידענט'ס באמערקונגען זענען געקומען מיט א טאג נאך דעם וואס טראמפ'ס אדוואקאט, דזשאן דאוד, האט דערקלערט אז ס'איז צייט מסיים צו זיין די אויספארשונג. דאוד האט קודם געזאגט אז ער רעדט אין נאמען פונעם פרעזידענט, אבער האט שפעטער אויסגעקלארט זיין כוונה אז ער האט דערביי געזאגט זיין אייגענע מיינונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל