פאטענציעלע קאנדידאטן האבן שוין אנגעהויבן מעלדן וועגן זייערע פלענער פאר'ן קומענדיגן פארמעסט פאר'ן אמט פון גאווערנאר אויף ניו יארק סטעיט, און דער ערשטער אזא קאנדידאט האט זיך נארוואס ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט.

געוועזענער סטעיט-סענאטאר גערי גיפסאן, וועלכער האט געמאלדן זיין אינטערעס צו לויפן פאר גאווערנאר מיט עטליכע חדשים צוריק, האט נארוואס דערקלערט אז ער וועט זיך ארויסציען פונעם פארמעסט.

גיפסאנ'ס קאנדידאטור האט קיינמאל נישט געהעריג אויסגענומען, און איז ווארשיינליך די סיבה צו זיין צוריקציען.

דער דעמאקראטישער גאווערנאר קאומא בלייבט דערווייל אן קיין ערנסטן קעגנער אינעם פארמעסט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל