אלאסקע – די "פרעמערא" העלט אינשורענס פירמע, וועלכע ארבעט אינאיינעם מיט דער באקאנטער "בלו קראסס בלו שיעלד" פירמע, האט נעכטן געזאגט אז זי וועט ווייטער פארקויפן העלט אינשורענס פלענער דורכ'ן אבאמאקעיר פראגראם, טראץ וואס אנדערע פירמעס האבן זיך אין די לעצטע פאר יאר ארויסגעצויגן פון אבאמאקעיר. פרעמערא זאגט אז איר באשלוס קומט א דאנק דעם וואס זי האט צובאקומען פרישע גרויסע פארדינסטן, אלס רעזולטאט פון דעם וואס אירע שטייערן זענען געשניטן געווארן דורכ'ן רעפובליקאנער שטייער רעפארם געזעץ. דאס איז אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, אז פרעזידענט טראמפ'ס הויפט דערגרייכונג העלפט ראטעווען פרעזידענט אבאמא'ס הויפט דערגרייכונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל