נארוועגיע – א פרישע באריכט צייגט, אז די שטאט לאנדאן, ענגלאנד, האט זיך דערכאפט פון ניו יארק סיטי, אלס די הויפט דעסטינאציע וואו רייכע נארוועגישע ביזנעסלייט אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט. די רעדע איז פון א גרויסן אינוועסטמענט פאנד וועלכע ווערט קאנטראלירט אין נארוועגיעף, און עס באשטייט פון איין טריליאן דאלאר אין ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס אין צען שטעט איבער דער וועלט. לאנדאן, ניו יארק און פאריז האבן אויסגעמאכט 22.8 פראצענט, 21.5 פראצענט און 19.1 פראצענט, רעספעקטיוו, פון דער סך הכל פונעם גאנצן פאנד אין לויף פון יאר 17', וואס באדייט אז ניו יארק סיטי איז נומער צוויי, אינדערצייט וואס אין יאר 16' איז ניו יארק געווען נומער איינס.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל