וואשינגטאן – אין א סעריע אויפגעברויזטע מעסעדזשעס אויף טוויטער, האט פרעזידענט טראמפ נעכטן זיך שטארק באקלאגט און קריטיקירט די אנגייענדיגע מוללער אויספארשונג. ערשטנס האט ער געשריבן אז ער האט זייער ווייניג צייט פארברענגט מיט'ן ארויסגעווארפענעם עף-בי-איי דעפיוטי דירעקטאר ענדרו מעקעיב, און ער האט נישט געזען אז מעקעיב זאל אפשרייבן נאטיצן – לויט וויאזוי באריכטן דעקן אויף אז מעקעיב האט אפגעשריבן דעטאלן פון זיינע געשפרעכן מיט טראמפ. דערנאך האט טראמפ געשריבן אז די מוללער אויספארשונג פארמאגט אין זיך דרייצן לאנגיעריגע דעמאקראטישע מיטגלידער, אריינגערעכנט עטליכע גאר שטארקע שטיצער פון פרוי קלינטאן – און קיין איינציגן רעפובליקאנער מיטגליד! "צי האלט איינער אז דאס איז יושר'דיג?", האט טראמפ אויסגעפירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל