קאנעטיקוט – די פירערשאפט פון דעם גרויסן אינטערנאציאנאלן שפילצייג געשעפטן נעץ "טויס אר אס", האט נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן גענצליך אפשפארן אלע זייערע אכט הונדערט געשעפטן, וואס זיי פארמאגן לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן, און בערך נאך ארום הונדערט געשעפטן וואס זיי פארמאגן אין אייראפע. אויסער דעם וואס ס'איז א סימבאלישע ענדע צו אן עפאכע פון די ביז-היינט-בארימטע שפילצייג געשעפטן, וועט עס אויך אפקאסטן 33 טויזנט אמעריקאנער דזשאבס, וועלכע וועלן געשניטן ווערן צוליב וואס די הונדערטער געשעפטן פארשליסן זיך. אנאליסטן זאגן אז דער פאקט אז מענטשן קויפן אויף "עמעזאן" שפילצייג, האט געשפילט א גרויסע ראלע, אבער עס האט אויך געשפילט א ראלע דאס וואס "טויס אר אס" האט זיך דערזען אז זי קען נישט באצאלן די 6.6 ביליאן דאלאר פאר אירע פארבארגער, וועלכע האבן איר געבארגט דאס געלט אין 05'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל