גאווערנער קאומא האט נעכטן אין אן אינטערוויו צו די פרעסע אויסגעדריקט די אויפברויז פון די שטאטישע באאמטע איבער דעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט צוריקגעצויגן פעדעראלע פאנדן וועלכע האבן געזאלט פינאנצירן א גראנדיעזע מולטי-ביליאן דאלערדיגע פראיעקט צו בויען א טונעל אונטערן האדסאן טייך צו פארבינדען ניו יארק און ניו דשערזי, א טומעל וועלכע וועט לינדערן טרעפיק און דינען אומדירעקט א געשאצטע 50 ביליאן אמעריקאנער וועלכע רייזן ארום אין די טריי-סטעיט געגענט.

קאומא זאגט אז דאס בלאקירן פאנדינג פאר׳ן טונעל איז א פרואוו פון פרעזידענט טראמפ צו אפטון דעם ניו יארקער סענאטאר טשאק שומער, טראץ וואס אזא פראיעקט איז א נאציאנאלע פראיאריטעט און פעלט זיך קריטיש וויכטיג אויס פאר ניו יארקער איינוואוינער.

די פעדעראלע רעגירונג וויל אז די לאקאלע רעגירונגען זאלן זיך אונטערנעמען א גרעסערע טייל פון די 13 ביליאן דאלער וואס דאס ציט אריין, אבער קאומא זאגט אז די לאקאלע רעגירונגען צאלן שוין איבער האלב און די פעדעראלע רעגירוג מוז איינהאלטן איר צוזאג צו צאלן די איבריגע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל