סיביר – נעכטן דינסטאג האבן מאסיווע פראטעסטן אויסגעבראכן לענגאויס קאמאראווא, סיביר, וואו טויזנטער איינוואוינער זענען ארויסגעקומען פארלאנגען אז די אויטאריטעטן זאלן ארויסגעבן דעם אמת און פארעפנטליכן מער דעטאלן איבער דעם שאפינג צענטער פייער טראגעדיע, וואו 64 זענען אומגעקומען. די פראטעסטירער האבן געהאלטן בילדער פון די קינדער וועלכע זענען אומגעקומען אינעם פייער, שרייענדיג "מיר פארלאנגען דעם אמת!" די אויטאריטעטן האבן מאביליזירט זיכערהייט קרעפטן צו ברענגען די פראטעסטן אונטער קאנטראל, אריינגערעכנט אכט באסעס זעלנער און פינף אמבולאנסן צו שטיין גרייט פאר מעגליכע פארוואונדעטע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל